חדשות חב"ד

י"א ניסן בבית משיח גלריה ראשונה

י''א ניסן ע''ז

כאן יש לנו תמונות מתפילת ערבית במנין של הרבי שליט"א מלך המשיח, והרב נחום קפלינסקי מברך את הרבי שליט"א מלך המשיח לרגל י"א ניסן בשם כל אנ"ש והתמימים! במיוחד א' מאנ"ש שלח למערכת האתר את נוסח הברכה. 

צילום: פורטל חב"ד 

 

לרגל יום הבהיר י"א ניסן שנת הקט"ז, בענטשט מען כבוד קדושת אדוננו מורנו ורבינו מלך המשיח שליט"א, ער זאָל נתגלה ווערן לעין כל און ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה תיכף ומיד ממש. 
און די ברכה קומט פון כלל החסידים, אנ"ש, תמימים און נשי חב"ד, און אַלע אידן, אַזוי ווי קינדער גיבן אַ ברכה זייער טאַטן. 
און אַזוי ווי איצטער הויבט מען אָן זאָגן קאַפּיטל קט"ז, אין וועלכע מ'זאָגט "כוס ישועות אשא ובשם הוי' אקרא", ווי דער רבי שליט"א מלך המשיח דערמאָנט אַלעמאָל וואָס ס'שטייט אין גמרא – אַז דאָס וועט זיין בסעודה דלעתיד לבוא בברכת המזון דורך דוד מלכא משיחא, 
– איז יהי רצון אַז מ'זאָל אַרויסגיין תיכף ומיד ממש בפועל פון דעם העלם והסתר הכי נורא ואיום, אַז מ'געפינט זיך אין אַ חושך כפול ומכופל וואָס איז נישט געווען כמוהו זינט יציאת מצרים, *אַז ס'איז שוין מער ווי צוויי און צוואַנציק יאָר וואָס מ'זעט נישט דעם נשיא הדור, דער רבי שליט"א מלך המשיח! און מ'האַלט אין איין עקשנ'ן און מ'טוט אַלץ וואָס מ'קענט בפועל ממש, און פונדעסטוועגן ס'גייט דורך נאָך אַ יאָר און נאָך אַ יאָר, און נאָך אַ טאָג און נאָך אַ טאָג, און נאָך אַ רגע און נאָך אַ רגע, און ס'איז נישטאָ די גאולה האמיתית והשלימה בפועל!* 
און ווי עס שטייט אין דעם נייעם קאַפּיטל "שומר פתאים הוי' דלותי ולי יהושיע", אַז דורך די אמונה פשוטה פון אידן וואָס מ'באַקומט פון "אתפשטותא דמשה" פון אונזער דור, וואָס "פתי יאמין לכל דבר זה משה", איז – ווי דער רבי שליט"א מלך המשיח טייטשט דעם פסוק – מאַכט מען פון דעם דל"ת פון *"דלותי"* אַז ס'זאָל זיין "ולי יהושיע" – אַז ס'ווערט אַ ה"א, "והחמישית לפרעה", גילוי עצמות ומהות א"ס ב"ה (ופרט אַז מ'שטייט אין אַ יאָר וואָס סימנה איז "הי' תהא זו שנת עצמות"). 
און מיר זאָלן גיין "בנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינו" לארצנו הקדושה ולירושלים עיר הקודש ולהר הקודש ולבית המקדש השלישי ולקדש הקדשים, דורך דערויף וואָס ס'קומט תיכף ומיד ממש די גאולה האמיתית והשלימה, און דער רבי שליט"א מלך המשיח זאָל נתגלה ווערן צו דער גאַנצער וועלט ביז אַז אפילו אומות העולם וועלן אַנערקענען אַז ער איז מלך המשיח, 
און ס'וועט זיין די שלימות הניצחון אין אַלע מלחמות הוי', שלימות התורה ושלימות העם ושלימות הארץ, 
און מ'וועט זען בגילוי ממש אַז יחי אדוננו מורנו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד! 
יחי אדוננו מורנו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד! 
יחי אדוננו מורנו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד! 

[ברכת כהנים ע"י א' מאנ"ש הכהנים]